אַ מאָל פֿיל איך זיך װי איך װעל נישט איבערלעבן די קומעדיקע פּאָר טעג/װאָכן/חדשים, אָבער איך װײס אַז צום סאָף, װעט אַלץ זיך גוט אױסאַרבעטן. אָבער הײסט דאָס אַז ס'לױנט זיך נישט זיך צו זאָרגן בכלל? איז עס דאָך נישט גוט פֿאַרן געזונט אַזױ זיך אױפֿצופֿירן?...נו, כ'װײס? הכּלל, די טעג זענען דאָ פֿיל זאַכן װעגן װעלכע מ'קען זיך גוט אָנזאָרגן - סײַ אינעם פּערזענלעכן לעבן, סײַ אין דער באַגרענעצטער סאָציעלע קרײַזן פֿון װעלכע מ'איז אַ מיטגליד, סײַ אין דער שטאַט, סײַ אינעם לאַנד, סײַ אױף דער װעלט... אָבער שטענדיק דאַכט זיך מיר אַז דער קומענדיקער כעמיע עקסאַמען, צי די צוקונפֿט פֿון אַ רעלאַטיװ נישט־װיכטיקער אָרגאַניזאַציע 'יוגנטרוף' איז װײניקער װיכטיק (פֿון אַ גלאָבאַלן שטאַנדפּונקט, פֿאַרשטעט זיך) װי די אַסאַסינירונג פֿון בענאַזיר בהוטטאָ... אױ, װער װעט זײַן דער אױסלײזער פֿון מײַן שולאַרבעט?
אַזאַ קשיא װעט זיך מסתּמא קײנמאָל זיך נישט לײזן, אָבער אַן ענטפֿער װעט דען מער נישט נײטיק זײַן אין אַ צװײ יאָר אַרום...
הײסט עס, אַז לאָגיש, איז נישט כּדאי זיך צו זאָרגן? צי יאָ? כ'װײס אַלײן נישט
אַזאַ קשיא װעט זיך מסתּמא קײנמאָל זיך נישט לײזן, אָבער אַן ענטפֿער װעט דען מער נישט נײטיק זײַן אין אַ צװײ יאָר אַרום...
הײסט עס, אַז לאָגיש, איז נישט כּדאי זיך צו זאָרגן? צי יאָ? כ'װײס אַלײן נישט
No comments:
Post a Comment